אידישער ווינקל
5.09K subscribers
20.6K photos
5.86K videos
346 files
2.5K links
‌‏גרעסטער און פּאפּולערסטער סאושל-מידיא פּלאטפארמע אין אידיש • מיר זענען אויך אויף אינסטעגראם, טוויטער, יוטוב און וואטסעפּ.

סטעטוס: https://wa.me/13473456278?

קאמענטירן אדער אדווערטייזן: @YiddisheVinkelAdmin

יוטוב: http://www.youtube.com/c/YiddisheVinkel
Download Telegram
א רעדל פון א בואינג 757 פליגער האט אויפגעריסן דורכאויס מעינטענענס ארבעט אין די אטלאנטא לופטפעלד, אומברענגענדיג צוויי דעלטא ארבעטערס.

▫️אידישער ווינקל ▫️
3🥱2👏1
מייקל ספּארקס, דער ערשטער ראיאטירער וואס איז אריין אין דער אמעריקאנער קעפּיטאל אום יאנואר זעקס, איז געווארן פאראורטיילט צו 4.5 יאר אין טורמע.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👎31👍12🍾3🤔1🕊1🆒1
די ווייסע הויז זאגט אז איראן טוט זיך צוגרייטן צו אטאקירן מדינת ישראל. נאציאנאלע זיכערהייט ווארטזאגער דזשאן קירבי זאגט: איראן איז גרייט צו אטאקירן מדינת ישראל, מיר האבן געשיקט א מעסעדזש צו איראן און פארלאנגט זי זאל נישט דורכפירן די אטאקע, עס איז נישט דא קיין סיבה צו אנהויבן א מלחמה אין יענעם ראיאן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
🥱12👎2😱2
דער בעדואינער באפרייטער משכון פארהאן קאדי דערציילט אז ווען די מדינת ישראל קרעפטן זענען אנגעקומען אין דער טונעל, זענען די כאמאס טעראריסטן אוועק געלאפן...

▫️אידישער ווינקל ▫️
👍261💔1🆒1
א הויכראנגיקער מיטגליד אין די אינטעל באורד האט געזאגט אז ער פארלאזט זיין פאזיציע, וויבאלד ער האט זיך מיט נישט געקענט דורך קומען מיט די CEO איבער ווייטערדיגע סטראטעגישע שריט אין עי-איי טעכנאלאגיע.

▫️אידישער ווינקל ▫️
1💯1🍾1
קאנסומער קאנפידענץ איז געוואקסן צו א זעקס מאנאטיגע הייעך אין אוגוסט, אין א צייט וואס די עקאנאמישע אויסקוק אויפ'ן צוקונפט ווערט מער אפטימיסטיש, טראץ העכערע זארגן איבער דזשאבס צוליב די וואקסנדע אפליקאציעס פאר ארבעטסלאזע בענעפיטן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👍2😁2🤯1😱1😭1
די קראוד סטרייק פירמע איז ערווארטעט ארויס צו שטעלן איר פארדינסט באריכט מארגן מיטוואך, א באריכט וואס מיינט אסאך פאר אינוועסטירער.

די באריכט וועט צייגן די ערשטע פינאנציעלע אפעקטן וואס די גלאבאלע קורצשלוס האט געהאט אויף די פירמע.

▫️אידישער ווינקל ▫️
היינט מיטוואך וועט די שטארק נאכגעקוקטע נעווידיע פירמע ארויס שטעלן אירע פארדינסטן, ווען עקספערט ערווארטונגען גייען אזוי הויעך ווי איבער הונדערט פראצענט וואוקס אויפן פערטל!

אינוועסטירער וועלכע זענען געוואוינט צו די פירמע'ס שטארקע פארדינסטן, וועלן ערווארטן אז די פירמע זאל איבער קומען די ציפער, אויב פאסירט דאס נישט, איז ערווארטעט אז שעירס אין נעווידיע וועלן שטארק פאלן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
סעמסאנג זאגט אז זיי האבן פארענדיגט אן אפמאך מיט גענעראל מאטארס, ווי די פירמעס וועלן אינאיינעם ארבעטן אויפצושטעלן א פאבריק אין די פאראייניגטע שטאטן, צו פראדוצירן באטעריעס פאר עלעקטראנישע אויטאמאבילן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👍5
'עיר-טשיינע' און 'טשיינע סאוטערן עיר-ליינס' וועלן אנהויבן נוצן די כינעזער פראדוצירטע 'קאמעק-,C919 פליגער, ברענגענדיג די ליסטע פון לופטליניעס וועלכע נוצן דאס צו דריי.

די צוויי פרישע קאנטראקטן איז א שטארקע געוואונס פאר די כינעזער 'קאמעק' פירמע, וועלכע פראבירט אריין צו קומען אין א מארקעט דאמינירט ביי די צוויי אוויאציע ריזן עירבאס און באואינג.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👍32👎2
Thinking of a treat for your campers coming home?
Yes they deserve it. https://wa.link/lbhv0b
Order now while supply lasts.
🤨2
'אפען עי-איי' מיט 'אנטראפיק' האבן געמאלדן קאנטראקטן וואס זיי האבן געגרייכט מיט די אמעריקאנער רעגירונג, אין א צייט ווען רעגולאטארן זוכן צו איינשטעלן געוויסע רעגולאציעס איבער ווי אזוי עי-איי זאל אפערירן.

די רעגירונג וועט באקומען צוטריט צו זייערע סיסטעמען צו קענען דורך קוקן און פארשן ווי אזוי די טעכנאלאגיע ווערט מאדיפיצירט.

▫️אידישער ווינקל ▫️
די 'טיעם-סטערס' יוניאן גרופע זאגט אז די אמאזאן ארבעטער יוניאן האט זיך פארמאל צוזאמגעשטעלט מיט זיי, און זאגט אז די ארבעטער באקלאגן זיך אויף עמעזאנ'ס אויפירונג צו זייערע ארבעטער.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👍3
באריכטן געבן אן אז סעמסאנג האט אינטערעסע אפצוקויפן חלקים פון נאקיא, וועלנדיג אריין גיין אין א פרישע אינדוסטריע.

נאקיא זוכט אנגעבליך זיך צו פארקויפן, עכ''פ א חלק פון די פירמע, אין רעזולטאט פון פאלענדע ציפערן אין זייערע פראפיטן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👏4👍1
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
צוויי זיכערהייט אינצידענטן האבן פאסירט אין די גוש עציון געגנט אין ארץ ישראל.

איין אינצידענט איז געשען ווען א קאר האט אויפגעריסן ביי א גאז סטאנציע, דער טעראריסט איז געווארן עלימינירט דורך מדינת ישראל זעלנער וועלכע זענען אנגעקומען צום סצענע.

אן אנדערע אינצידענט האט פאסירט ווען א טעראריסט האט פרובירט אריינקראכן אין א זיכערהייט וועכטער נעבן די כרמי צור געגנט און האט דערנאך אינפילטרירט דעם געגנט, ער איז געווארן נוטראליזירט דורך מדינת ישראל קרעפטן, די אינצידענטן ווערן נאך אויסגעפארשט.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👍6
די מדינת ישראל מיליטער זאגט אז זי האט לאקירט עטליכע קערפערס אין עזה, וועלכע וועלן זיך מעגליך ארויסשטעלן צו זיין קערפערס פון משכונות הי"ד, זיי זענען גענומען געווארן פאר אידענטיפיקאציע.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👍2
איראן האט ארעסטירט און פאראורטיילט א פאפולערער בלאגער הוסעין שאנבעזדע צו 12 יאר טורמע, נאך וואס ער האט ארויסגעשטעלט א פינטל (.) אין רעאקציע צו א טוויט פון דער גייסטישער פירער כומעיני וואס האט באקומען מער 'לייקס' ווי דער פירער'ס טוויט.

▫️אידישער ווינקל ▫️
🤨15🤣3🆒3
פרישע דעטאלן פון די שוידערליכע אקטאבער זיבן אטאקע קומען ארויס, אז ארום 6,000 טעראריסטן האבן אינפילטרירט די געגנטער נעבן עוטף עזה אין יענעם טונקעלער טאג, און נישט 3,000 ווי דאן באריכטעט.

3,800 פון זיי זענען געווען כאמאס נאכבא טעראריסטן און 2,200 זענען געווען ציווילע, די וואנט צווישן מדינת ישראל און עזה זענען געווארן אויפגעבראכן אין 119 פלעצער, און 4,300 ראקעטן זענען אריינגעפלויגן אויפאיינמאל.

▫️אידישער ווינקל ▫️
🔥3👍1👎1
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
Don’t Miss This! 📢ONE-TIME SPECIAL DISCOUNT FOR NEW SUBSCRIBERS:
Sign up for a yearly Moment Subscription and
GET 4 WEEKS FREE! 🏷️
Enjoy receiving the highest-quality weekly magazine to your doorsteps every week. The best gift you can buy for yourself and for your family!
Signup now online: www.SubscribeToMoment.com or email: subscribe@momentmagazine.org
Use Promo Code: 4FREE
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
מדינת ישראל זעצט פאר מיט אפעראציע 'זומער קעמפס' אין די מערב ברעג שטחים און האט ארעסטירט פילע פארדעכטיגט אין זיין פארמישט מיט טעראר.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👍6👎1