אידישער ווינקל
5.09K subscribers
20.6K photos
5.86K videos
346 files
2.5K links
‌‏גרעסטער און פּאפּולערסטער סאושל-מידיא פּלאטפארמע אין אידיש • מיר זענען אויך אויף אינסטעגראם, טוויטער, יוטוב און וואטסעפּ.

סטעטוס: https://wa.me/13473456278?

קאמענטירן אדער אדווערטייזן: @YiddisheVinkelAdmin

יוטוב: http://www.youtube.com/c/YiddisheVinkel
Download Telegram
אמעריקאנער סעקרעטארי אוו סטעיט ענטאני בלינקען איז ערווארטעט צו אנקומען אין מדינת ישראל אנהויב די וואך.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👎2
פארד וועט צוריק רופן 85,000 קארס פון זייער עקספלארער מאדעל, צוליב א פראבלעם מיט די ענדזשין וואס קען פאראורזאכן א פייער.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👍2
שעיר-האלטער האבן אריינגעגעבן א קלאגע קעגן סטעלאנטיס, זאגנדיג אז די פירמע האט באהאלטן אינפארמאציע איידער'ן אנאנסירן אנטוישנדע פארדינסטן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
עקוויטי פאנדס האבן געזעהן די גרעסטע וועכענטליכע ארויסציה פון געלט דורך אינוועסטירער די לעצטע צוויי חדשים, אין א צייט ווען אינוועסטירער זענען באזארגט איבער די צוקונפט פונעם אקאנאמיע און זוכן מער פארזיכערטע אינוועסטירונגען.

▫️אידישער ווינקל ▫️
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
די מדינת ישראל מיליטער האט היינט עלימינירט צוויי געזוכטע טעראריסטן אין א פונקטליך געצילטע אטאקע אין דזשענין.

איינער פון די טעראריסטן איז געווען ראפאט א-טיוו, א קאמאנדיר פון די מיליטערישע פליגל פון כאמאס אין דזשענין.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👍17👎1
געוועזענער ניו-יארקער קאנגרעסמאן דזשארדזש סאנטאס האט זיך דערקלערט שולדיג אויף עטליכע קלאגעס פון קאמפיין פינאנצן שווינדלערייען, ווייניגער ווי א מאנאט פון ווען זיין טרייעל האט זיך געדארפט אנהויבן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👍2😁2👎1
די אינטערנאציאנאלע אטאמישע ענערגיע אגענטור זאגט אז די נוקלעארע זיכערהייט סיטואציע טוט פאלן ביי די זאפאריזשע נוקלעארע פּלענט, נאך א דערנעבנדע דראון אטאקע.

▫️אידישער ווינקל ▫️
🥱3👍1😨1
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
מעכטיגע וואלדפייערן האבן אויסגעבראכן אין איזמיר, טערקיי, האלטנדיג געפארפול נאנט צו דערגרייכן באוואוינטע געגנטער.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👍17🎉6😁3😢2😱1
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
דראמאטישע ווידעא צייגט ווי אן אוקראינישער זעלנער רעאגירט ספאנטאן ווען א האנט גראנאט ווערט געשאסן אין זיין דירעקציע, דאס אוועקשטויסנדיג מיט זיין פיס אין דער לעצטער סעקונדע.

▫️אידישער ווינקל ▫️
🔥26👍3
כאמאס אין אן אפיציעלער סטעיטמענט האט צוריקגעוויזן דער לעצטער אמעריקאנער פארגעשלאגענע דיעל.

▫️אידישער ווינקל ▫️
😁7👍1👎1
די סאציאלע מידיא פלאטפארמע 'עקס' האט געמאלדן אז זיי וועלן אפשטעלן אלע אפעראציעס אין בראזיל, נאכפאלגנדיג אן ארעסט-סטראשע צו איינע פון אירע ארבעטער, אויב וועט די פלאטפארמע נישט צענזורירן זייער אינהאלט.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👍3
'בואינג' און 'לאקהיד מארטין' זענען אין געשפרעכן איבער מעגליך פארקויפן זייער שותפות'דיגע ראקעט פירמע 'יונייטעד לאונטש' פאר 'סיערא ספעיס', די געשעפט איז געשאצט צו זיין ערגעץ צווישן צוויי און דריי ביליאן דאללאר.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👍2
מעסטער קארד וועט אויפזאגן דריי פראצענט פון אירע ארבעטער אין א סטראטעגישע שריט צו לייגן מער געוויכט אויף וואוקס.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👍3😁21
אוקראינע האט באשטעטיגט אז זי האט פארניכטעט די דריטע און לעצטע בריק העכער די סעיאם טייך; וועלכע פארבינדט די רוסישע קרעפטן צו די גלושאווסקי דיסטריקט אין קורסק.

דערמיט קען רוסלאנד מער נישט ברענגען עקוויפמענט צו א געגנט וואס איז 640 קילאמעטער גרויס, זייענדיג אינוואדירט דורך אוקראינישע קרעפטן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👍23👏5😁3🥱21
די מיליטערישע פליגל פון כאמאס נעמט פאראנטווארטליכקייט אויף די דורכגעפאלענע זעלבסטמארד פרואוו וואס האט פאסירט אין תל אביב.

כאמאס סטראשעט אז די זעלבסטמארד אטאקעס וועלן קומען ווילאנג די עלימינאציעס און מארדן וועלן אויף די איינוואוינער אין עזה וועלן פארזעצן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
🔥2👍1
אילאן מאסק, דער טעסלא אייגנטומער לייקנט אז ער האט געגעבן א סייבערטראק פאר דער פירער פון טשעטשניע, ראזמאן קאדיראוו, נאך וואס קאדיראוו האט געזאגט אז מאסק האט אים געשיקט איינס אלס געשאנק.

▫️אידישער ווינקל ▫️
😁5👨‍💻41
די אפיס פון פריים מיניסטער ביבי נתניהו זאגט אז די זיצונג צווישן אמעריקאנער סעקרעטארי אוו סטעיט ענטאני בלינקען און דער פריים מיניסטער האט זיך געענדיגט, זייענדיג פאזיטיוו און איז דורך אין א גוטער שטימונג, די זיצונג האט גענומען דריי שטונדן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👍7👏1
דער 45 יעריגער מאכמוד אמאריע, א מדינת ישראל זעלנער פון די טרעקער איינהייט, פון די בעדואינער געמיינדע, איז געשטארבן און אן אנדערער אפיציר איז ערנסט געשעדיגט געווארן, נאך א כיזבאלא דראון אטאקע היינט צופרי.

▫️אידישער ווינקל ▫️
😱9😢1
די הויז איבערזיכט קאמיטע האט ארויסגעגעבן א באריכט זאגנדיג אז די ביידען אדמיניסטראציע האט דורכגעפירט פארברעכן אויף וואס ער קען ווערן 'אימפּיטשט'.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👍14😁6😨1
לויט אוקראינישע מיליטערישע אפשאצונגען האט שוין רוסלאנד פארלוירן און איבערגעשטיגן דעם פאנטאסטישער ציפער פון 600,000 זעלנער, זינט די אנהויב פון די "ספעציעלע מיליטערישע אפּעראציע" אין וועלכע זי האט געצילט צו אייננעמען אוקראינע.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👍183😢2🥱2👏1